Episodes
א רוישיגער דיפלאמאטישער געפעכט האט אויסגעבראכן צווישן די צוויי שטילע לענדער אינדיע און קאנאדא, וואס שטעלט אריין דער מערב-וועלט אין דילעמא. וואס האט גורם געווען די אנגעצויגנקייט?
Published 10/29/23
ווען די וועלט זעצט זיך אוועק ביים טיש: וואס איז די יו-ען אלגעמיינע פארזאמלונג? ווער באטייליגט זיך און וואס שמועסט מען דארט אויס?
Published 10/29/23
דרייסיג יאר נאך די 'אסלא-אפמאכן': אויף וואס האט מען דעמאלט פארהאנדלט? וואס זענען געווען די ערשטע שריט? וואו האבן די געשפרעכן זיך פארהאנקערט, און וואו שטייט עס היינט?
Published 10/27/23
מאראקא האט זיך נישט גערישט אויף אן ערדציטערניש, וואס האט געקאסט דעם לאנד טויזנטער קרבנות. אבער וואס טוט זיך מיט לענדער וואו מען קען זיך יא רישן אויף אזעלכע קאטאסטראפעס?
Published 10/27/23
אינעם רוסלאנד-אוקראינע טומל קאכט זיך שטילערהייט אויף א פרישער קאנפליקט צווישן די אלטע פיינטליכע שכנים ארמעניע און אזערביזשאן, מיט דראאונגען אויף ביידע זייטן פון איראן און טערקיי
Published 10/27/23
רוסלאנד קריטיקירט די פאראייניגטע שטאטן פאר'ן שיקן א 'נוקלעארן' סארט געווער, וואס אמעריקע טענה'ט איז יא לעגאל. וואס זענען די 'דעפּליטעד יוראניום שעלס'?
Published 10/27/23
אלטע לענדער: אייראפע מוטשעט זיך מיט א דעמאגראפישער קריזיס וואס איז געבוירן געווארן פון א נידעריגער געבורט-ראטע, מיט ווייניג יונגע מענטשן צו ערזעצן די פארעלטערטע, פענסיאנירטע באפעלקערונג, און באמיאונגען צו ראטעווען דעם מצב וואס האבן דערווייל נישט געברענגט קיין ערנסטע רעזולטאטן
Published 10/26/23
תקופת הראשונים האט זיך געצויגן בערך 500 יאר, ווען תורה שבתב און שבע"פ זענען נתפרש געווארן, די מצוות זענען געציילט געווארן, און די הלכות זענען מסודר געווארן לויט באשטימטע קאטעגאריעס
Published 10/26/23
ראיאטן צווישן קעגנערישע איריטעריע פליטים גרופעס אין תל אביב‎.
Published 10/26/23
מיליטערישע פּוטשן שפילן זיך אפ אין צענדליגער אפריקאנישע לענדער, מיט א צד השווה אז אלע זענען פריער געווען פראנצויזישע קאלאניס. וויאזוי פראנקרייך איז געבליבן משפיע זיין אויף די לענדער וואס זי האט פריער געהאלטן פארשקלאפט.
Published 10/26/23
לעיזער' וואפנס: א פארטיידיגונגס-סיסטעם וואס וועט אראפשיסן פיינטליכע ראקעטס, מיסילס, און דראונס, אָן דעם וואס איינער זאל אפילו וויסן אז עפעס האט זיך דא אפגעשפילט.
Published 10/26/23
דא-יעצט
Published 10/26/23
טראמפ איז ארעסטירט געווארן און זיין קאמפיין פארדינט געלט אויפ'ן 'מאָגשאַט'. פארוואס ווערן ארעסטאנטן פאטאגראפירט און וואו גייען די בילדער?
Published 10/26/23
מ'רעדט שוין ווייטער וועגן א שלום צווישן סאודי אראביע און מדינת ישראל, וואס ווערט אויסגעארבעט דורך די פאראייניגטע שטאטן. וואס ווילן די דריי לענדער פארדינען פון דעם אפמאך?
Published 10/26/23
א בלופרינט פון געוואוינהייטן און דער כח פון רגילות, וואס ווערט געטריבן פון תענוג וואס דער מענטש געדענקט פון אמאל ער האט באקומען דורכ'ן טאן וואס ער האט זיך צוגעוואוינט צו טאן
Published 10/03/23
א היסטארישע באגעגעניש איז אפגעהאלטן געווארן אין קעמפ דעיוויד צווישן דרום קארעא און יאפאן. וואס איז די גדולה פון דעם סאמיט און פארוואס דווקא אינעם פרעזידענט'ס וואקאציע-פלאץ?
Published 10/03/23
אין דער צייט וואס רוב מערב-וועלט מוטשעט זיך מיט אן אינפלאציע-פראבלעם, אז זאכן זענען זייער טייער, פלאגט זיך כינע מיט א פארקערטן מציאות פון דעפלאציע, וואס איז דערציילט אבער פונקט אזוי נישט קיין גוטע נייעס.
Published 10/03/23
דער פשט פון דער הארבסטער קלאגע אויף טראמפ, וואס באשטייט פון געזעצן געמאכט געווארן אונטערצוברענגען די מאפיא מיט פופציג יאר צוריק.
Published 10/03/23
ווער איז דער מענטש וואס שטייט אין שפיץ פון כעזבאלא, וואס איז די רייכסטע, מאכטפולסטע טעראר-גרופע אויף
Published 09/28/23
ס'איז שרעקליך הייס און די וועלט האט אפגעצייכנט די העכסטע טעמפעראטורן אין בערך 150 יאר. וואס איז דער 'גרינהאוז אפעקט' וואס טרייבט ארויף די טעמפעראטור?
Published 09/28/23
וויפיל באטרעפט א ציפער וואס ענדיגט זיך נישט? וואס טוט זיך מיט אן ענדלאזן סכום פון ענדלאזע נומערן? און וואס טוט זיך מיט'ן אנדערן עקסטרעם פון ענדלאז?
Published 09/28/23
א בלוטיגער סכסוך אין א לאגער אין לבנון ברענגט ווידעראמאל ארויף דאס טרויעריגע מציאות פונעם לעבן אין דען וועלט-חלק
Published 08/18/23
דער קרעדיט פון דער אמעריקאנער רעגירונג איז געשניטן געווארן מיט א משהו, וואס מיינט אז אינוועסטארס וועלן טראכטן א משהו לענגער איידער'ן פארבארגן געלט פאר די פאראייניגטע שטאטן. וואס איז פשט פונעם שניט?
Published 08/18/23
א ציפער פון 1.6 באווייזט זיך איבעראל וואו מען קוקט נאר -- אין דער טבע, אינעם מענטש, אין בנינים און קונסט-ווערק פון פארצייטנס
Published 08/08/23
א קאנגרעס-קאמיטע הערט ערנסטע עדות'שאפטן וועגן א געהיימער פענטאגאן UFO פראגראם, וואס אנאליזירט די מיסטעריעזע אביעקטן און אפשר אפילו די באשעפענישן וואס פליען אין זיי
Published 08/07/23