Episodes
די מיסטעריע פון א בריוו וואסבין לאדין האט מיט איבער 20 יאר צוריק געשריבן און געניסט יעצט פון גרויס פאפולאריטעט אין דער סאושעל-מידיא וועלט
Published 12/20/23
Published 12/20/23
צוויי מאכטפולע אמעריקאנער 'עירקרעפט קעריערס' שווימען ארום די וואסערן פונעם מיטלענדישן ים. וואס איז די גדולה מיט די דאזיגע ריזיגע שיפן און וואס איז זייער תפקיד אויף דער וועלט?
Published 12/20/23
ווען און וויאזוי האט זיך אנגעהויבן דער היינטיגער איסלאמישער אנטיסעמיטיזם? א בליק איבער'ן מאדנעם שותפות צווישן לינקע ליבעראלן און ראדיקאלע מוסולמענער
Published 12/15/23
די מלחמה מיט כאמאס פלאקערט נאך, אבער די שמועסן ווער ס'זאל נאך דעם איבערנעמען די שליטה אויף דעם פלאץ האבן זיך שוין אנגעהויבן. וואס זענען די ברירות און ווער וויל וואס?
Published 12/15/23
קאנגרעס האט געשטימט צו 'סענשורן' די איסלאמישע מישיגען-קאנגרעספרוי ראשידא טאליב, צוליב א סלאגאן וואס זי האט פארעפנטליכט. וואס מיינט א 'סענשור' און פארוואס איז קאנגרעס אזוי בייז אויף טאליב'ס ווערטער?
Published 11/23/23
די גדולה מיט אן אטאקע פון תימן וואס איז אפגעשטעלט געווארן אין ספעיס: די געשיכטע פונעם מיסיל וואס פליט אזוי הויך ווי סאטעליטן און לאזט זיך נישט כאפן און אראפשיסן.
Published 11/23/23
אלעס וואס איז פאראן אויף דער יבשה געפינט זיך אויך אין ים, און אויף א פילפאכיג-גרעסערן פארנעם. — א שפאציר אויף דעם העכסטן בארג און מאכטפולסטן וואסערפאל אין די טיפענישן פונעם אקעאן.
Published 11/17/23
די שפאנונג צו א לאנג-ערווארטערער רעדע פון כעזאבאלא'ס פירער האט זיך געענדיגט מיט גארנישט. וואס האט מען געטראכט גייט נאסראלא זאגן און פארוואס פילט כאמאס אזוי פארראטן?
Published 11/16/23
די 'כוטיס' פון תימן האבן זיך אריינגעמישט אין דער מלחמה וואס מדינת ישראל פירט מיט כאמאס. ווער זענען די מענטשן און וויאזוי זענען זיי פארבינדן מיט דעם קאנפליקט?
Published 11/16/23
דער זעקס-עקיגער שטערן איז דורות-לאנג געווען באטראכט אלס אידישער סימבאל, און די נאציס ימ"ש האבן אים געניצט אין דעם לעצטן חורבן. דער מקור פון דעם סימבאל איז אבער פארשלייערט אין מיסטעריע, מיט א מעגליכקייט אז ס'קומט בכלל נישט פון אידן.
Published 11/14/23
די מערב-וועלט טענה'ט אז כאמאס פארטרעט נישט די פאלעסטינער. אבער ווער זענען די פאלעסטינער אראבערס? פון וואו שטאמען זיי, און וואס איז דער פשט פונעם נאמען 'פאלעסטינער' בכלל?
Published 11/14/23
טערקיי פייערט אירע 100סטן געבורטסטאג זינט זי איז געווארן א זעלבסטשטענדיג, דעמאקראטיש לאנד, אבער לויט אלע סימנים ריקט זי זיך אלץ נאנטער צו אן איסלאמישן קאליפאט מיט אימפעריאליסטישע אמביציעס
Published 11/14/23
דער מיטל-מזרח איז מסתמא דאס קאמפליצירסטע פלאץ אויף דער וועלט, מיט חשבונות און פארבינדונגען הין און צוריק וואס פאדערט א גאונ'ישן קאפ נאכצופאלגן און פארשטיין. — א טיילווייז בילד פון אליאנצן צווישן שותפות וואס זענען אויך שונאים.
Published 11/14/23
וואספארא לאנד איז דאס 'קאטאר' וואס פארהאנדלט מיט כאמאס און באווייזט זיך שטענדיג ווען ס'מאכן זיך קאנפליקטן אינעם מיטל-מזרח? וואס ווילן זיי און וואו ליגט זייער כח?
Published 11/10/23
בלוט און בלוט: וואס מיינען די פארשידנערליי 'בלוט טייפּס'? וואס מאכט זיי אנדערש איינס פון צווייטן? און פארוואס מוז א מענטש באקומען דווקא דעם זעלבן בלוט-טייפּ?
Published 11/10/23
פון וואו קומען די טויזנטער ראקעטס וואס פליען אומאויפהערליך אויף ארץ ישראל? וויאזוי קענען זיי נאך שיסן נאך אזויפיל אטאקעס?
Published 11/09/23
וואס איז דער דזשאב פונעם קאנגרעס-ספיקער? וואס איז די גדולה מיט דער פאזיציע, אז מ'זאל זיך איבער איר אזוי ארומקריגן?
Published 11/08/23
כאמאס און כעזבאלא זענען ארעמס פון איראן. פארוואס שטייט יעצט כעזבאלא און די אנדערע איראנישע מיליצעס אין סיריע ביי דער זייט?
Published 11/05/23
אידן טארן היינט געזעצליך נישט וואוינען אין סאודי אראביע, אבער אמאל האט דארט עקזיסטירט א גרויסע, רייכע אידישע שטאט. — די טויזנט-יעריגע אידישע געשיכטע פון מעדינא
Published 11/05/23
טויזנטער עזה-איינוואוינערס שטייען ביי דער גרעניץ מיט דער שכינות'דיגער עגיפטן, אבער קענען נישט דורכגיין. פארוואס האט די מוסולמענישע מצרים פארשלאסן אירע טויערן פאר די אראבער פון עזה?
Published 10/30/23
עזה היסטאריע
Published 10/30/23
וויאזוי דער וואטיקאן האט מיט טריקס און ביליגע טאקטיקן אנגעהויפנט ריזיגע אוצרות געשאצט אין די טריליאנען דאלארן
Published 10/29/23
שוין יארן וואס מענטשן באקלאגן זיך אויף די אגרעסיווע, אומ'יושר'דיגע ביזנעס-מעשיות פון 'עמעזאן', מיט טענות וואס זענען יעצט געברענגט געווארן פאר'ן געריכט דורך א פעדעראלן אגענטור
Published 10/29/23
אוקראינע איז ברוגז געווארן אויף פוילן, וועלכע איז געווען איר גרעסטע שטיצער קעגן רוסלאנד אבער זינגט אין די לעצטע חדשים אן אנדערן ניגון. וואס האט גורם געווען דעם ריס צווישן די פאראייניגטע שכנים?
Published 10/29/23